יום שני | יז חשון | ה׳תש״ד |
שיעורים. (ה׳תש״ד) | חומש: חיי שרה, שני עם פירש״י. | תהלים: פג-פז. | תניא: והנה מודעת...החטאת כו׳. |
|
מ׳דאַרף הִיטעֶן דעֶם זְמַן, מ׳דאַרף מְקַבֵּל זַיין עוּלָּהּ שֶׁל תּוֹרָה. יעֶדעֶר זְמַן, יעֶדעֶר טאָג וואָס גֵייט אַוועֶק, אִיז דאָס נִיט נאָר אַ טאָג נאָר אַ עִנְיָן אִין לעֶבּעֶן, דִי טעֶג גֵייעֶן כְּמַאֲמַר (יְרוּשַׁלְמִי בְּרָכוֹת פ״א (פֶּרֶק א׳) ה״א (הַלָכָה א׳)) יוֹם נִכְנָס וְיוֹם יוֹצֵא שַׁבָּת נִכְנָס כו׳ חֹדֶש כו׳ שָׁנָה כו׳. דעֶר טאַטעֶ האָט געֶזאָגט בְּשֵׁם רַבֵּינוּ הַזָקֵן: אַזוּמעֶרדִיגעֶר טאָג אוּן אַוִוינטעֶרדִיגעֶ נאַכט אִיז אַ יאָהר.