היום יום - י״ז אדר א׳ ה׳תשע״ט

היום יום
י״ז אדר א׳ ה׳תשע״ט
יום שנייז אדר אה׳תש״ג
שיעורים.
(ה׳תש״ג)
חומש: כי תשא שני עם פירש״י.
תהלים: פג-פז
תניא: והנה באמת...-76- בתולדות

אַ סַךְ יאָהרעֶן נאָך פאַר פּעֶטעֶרְבּוּרג (הַמַּאֲסָר שָׁם בִּשְׁנַת תּקנ״ט), אִיז דעֶר אַלְטעֶר רֶבִּי אַמאָל אַרוֹיס צוּם עוֹלָם אוּן האָט געֶזאָגְט: אִין גַן עֵדֶן דעֶרְהעֶרט מעֶן דִי טַייעֶרקַייט פוּן עוֹלָם הַזֶה. לֹא מֵיבָּעִי מַלְאַכֵי הַשָׁרֵת, אֲפִילוּ נֶאֱצָלִים הָרִאשׁוֹנִים וואָלטעֶן אַלץ אַוועֶק געֶגעֶבּעֶן פאַר אַ אָמֵן יְהֵא שְׁמֵי׳הּ רַבָּא פוּן אַ אִידעֶן, אַז עֶר זאָגט בְּכָל כֹּחוֹ כְּפֵירוּשוֹ בְּכָל כַּוָּונָתוֹ, הַיינוּ אַז עֶר אִיז אִינְגאַנְצעֶן אִין דעֶם.

דאָס אִיז געֶוועֶן דעֶר גאַנְצעֶר מַאֲמָר, אוּן עֶר האָט געֶפּוֹעֶלְט אַזאַ הִתְלַהַבוּת וְהִתְלַהַטוּת בַּא דִי העֶרעֶר, אַז אַ גאַנְץ יאָהְר האָט מעֶן געֶזאָגְט אישׁ״ר (אָמֵן יְהֵא שְׁמֵי׳הּ רַבָּא) מִיט אַ בְּרעֶן.

לעילוי נשמת מרת חנה עטל (בכרך) ע״ה בת יבלחט״א ר׳ דוד (צירקינד)