יום חמישי | כט תשרי | ה׳תש״ד | ||||
|
מְבָרְכִים בִּרְכַּת הַקֶּשֶׁת, וְלֹא כְּיֵשׁ מְפַקְפְּקִים בָּזֶה.
אֵיינעֶר פוּן דִי מעֶזִיבוּזשעֶר בַּעֲלֵי בָתִּים האָט געֶהאַט אַ מַחֲלוֹקֶת מִיט נאָך אַ בַּעַל הַבַּיִת, אוּן זַייעֶנדִיג אַמאָל בַּא דעֶם בעשׁ״ט (בַּעַל שֵׁם טוֹב) אִין שׁוּהל האָט עֶר געֶשׁרִיעֶן, אַז עֶר וואָלט זַיין בַּר פְּלוּגְתָּא קוֹרֵעַ כַּדָּג זַיין.
דעֶר בעשׁ״ט (בַּעַל שֵׁם טוֹב) האָט געֶהֵייסעֶן דִי תַּלְמִידִים געֶבּעֶן אֵיינעֶ דִי אַנדעֶרעֶ דִי העֶנט, אוּן זִיך שׁטעֶלעֶן לעֶבּעֶן אִים מִיט צוּגעֶמאַכטעֶ אויגעֶן. דעֶר בעשׁ״ט (בַּעַל שֵׁם טוֹב) האָט אַרויפגעֶלֵייגט זַיינעֶ הֵיילִיגֶע העֶנט אויף דִי אַקסלעֶן פוּן דִי צוויי תּלמִידִים, וועֶלכעֶ זַיינעֶן געֶשטאַנעֶן לעֶבּעֶן אִים, פלוּצלוּנג האָבעֶן דִי תַּלְמִידִים אָנגעֶהויבּעֶן שׁרַייעֶן פוּן גרויס שרעֶק: זֵיי האָבעֶן געֶזעֶהן וִוי דעֶר בַּעַל הַבַּית אִיז קוֹרֵעַ כַּדָּג זַיין בַּר פְּלוּגְתָּא.
דאָס בּאַווייזט קלאָהר, אַז פוּן יעֶדעֶר כֹּחַ אִיז פאַראַן אַ פּוֹעַל דָּבָר: אָדעֶר אִין אַ לְבוּשׁ חוּמְרִי, אָדעֶר אַ רוּחְנִי וואָס מִי קאָן אִים אָנעֶמעֶן נאָר מִיט העֶכעֶרעֶ אוּן אֵיידעֶלעֶרעֶ געֶפִילעֶן.